וואקעישענאל קאלעדזש
די וואקעישענעל קאלעדזש איז נאך-סעקאנדערי, שטעלט צוזאם טעאריע מיט איבונג און ווערט אויסגעפירט אין נאנטע צוזאמענארבעט מיט די וועלט פון ארבעט.
אין וואקעישענעל קאלעדזשעס, זענען ארבעטערס אקטיוו אין ביידע די פלאנירונג און צושטעל פון טרענירונג. איר טרעפט זיי ביי לעקציעס, אין פראיעקטן און אויף אייער ארבעט פלאצירונג (LIA).
אזויווי די געברויך פון די לעבאר מארקעט טוישט זיך דורך די צייט, איז די אינהאלט און געוויכט פון טרענירונג אויך אפדעיט'עד. נייע הייבן אן און אנדערע ווערן פארשוואונדן אזויווי סקילס געברויכן טוישן זיך.
פאר אייך אלס א סטודענט, מיינט דאס אז אייער פראפעסיאנאלע וויסנשאפט וועט זיין אפ-טו-דעיט און אין פארלאנג אין די וועלט פון ארבעט ווען איר ענדיגט אייער שטודיעס.
פאקטן
- מערסטנס קורסעס זענען פריי פון אפצאל און אלע זענען בארעכטיגט פאר סטודענט לאונס.
- איר קענט אויסוועלן פון 16 אנדערע פעלדער פון לערנען און הונדערטער אנדערע קאריערעס.
- LIA מיינט אז איר זענט טרענירט אין א לעבעדיגע צושטאנד ביי אן ארבעטספלאץ.
- די וואקעישענעל קאלעדזש באשטייט פון פילע אנדערע טרענירונג פראוויידערס (סקולס) ארום די לאנד.
- טרענירונג ווערט צוגעשטעלט דורך פריוואטע פירמעס, מיוניסיפעליטיס, לאנד קאונסילס און יוניווערסיטעטן/קאלעדזשעס.
- די פראגראמען זענען אונטער רעגירונג אויפזיכט און קוואליטעט קאנטראל דרך די שוועדישע אגענטור פאר העכערע עדיוקעישן.
- YH סטודענטן באקומען אפט ארבעט גלייך נאך גראדואירונג.
Innehållsförteckning
שטודירונג גרענטס און שכר לימוד קאסטן
שוועדיש מיט א וואקעישענעל געוויכט
אמת'ע לעבן סקילס - באשטעטיגט אייער ערפארונג
וויאזוי ארבעט עס?
אין וואקעישענעל קאלעדזשעס, פארבינדן מערסטנס קורסעס טעאריע מיט איבונג. די ארבעט ערפארונג ווערט גערופן LIA און ווערט אויסגעפירט אין אן ארבעטספלאץ.
בשעת די LIA פעריאדן, וועט איר ווערן טרענירט אין די ארבעטספלאץ אונטער די אויפזיכט פון אן ארבעטער. דאס מיינט עס קומט אייך אויס צו אנטוויקלען אייערע סקילס פון סקול אין אן אמת'ע לעבן אומגעבונג. איר וועט פארדינען ארבעטס ערפארונג און טרענירונג אין אייער פארפעסיאנאלע ראלע בשעת אייער טרענירונג. אין צוגאב, וועט איר מאכן קאנטאקטן אין די וועלט פון ארבעט וואס קען אייך פירן צו אן ארבעט גלייך נאך גראדואירונג. די LIA איז טייל פון די קוריקולאם פון די פראגראם און האט געשטעלט קורס צילן וואס איר מוזט דערגרייכן. אלע קורסעס פירן צו א קוואליפיצירטע וואקעישענעל קאלעדזש דעגרי און ענטהאלטן 400 YH קרעדיטס (גלייך צו צוויי יאר פון פולע-צייט שטודירונג) אדער מער ענטהאלטן כאטש 25 פערצענט LIA. פארבינדט זיך מיט די סקול פאר אינפארמאציע איבער וויאזוי LIA איז ארגעניזירט און וויפיל פון די טרענירונג צייט איז LIA אויף די פראגראם אין וואס איר זענט אינטערעסירט.
Nivå
וואקעישענעל קאלעדזשעס זענען א פארעם פון נאך-סעקאנדערי עדיוקעישן.
פראגראם לענג
מערסטנס YH פראגראמען זענען צווישן איין און צוויי יאר לאנג.
פונקטן סיסטעם
די לענג פון די קורסעס ווערן אויסגעדרוקט אין וואקעישענעל קאלעדזש קרעדיטס (YH קרעדיטס), וואו פינף קרעדיטס זענען קעגן איין וואך פון פולע-צייט שטודיע. 100 פונקטן זענען קעגן 6 מאנאטן פון פולע-צייט שטודיע, 200 פונקטן צו איין יאר פון פולע-צייט שטודיע, 400 פונקטן צו צוויי יאר פון פולע-צייט שטודיע.
אין די טאוול קענט איר זעהן וואקעישענעל קאלעדזש קרעדיטס אין פארבינדונג צו די קרעדיט סיסטעם פון יוניווערסיטעטן און קאלעדזשעס. ביטע באמערקט אז נאר די לענג פון די קורסעס ווערן געוויזן, נישט די שטאפל פון די קורס.
לענג פון עדיוקעישן | וואקעישענעל קאלעדזש פונקטן | יוניווערסיטעט קרעדיטס |
30 | 100 | 0.5 יאר |
60 | 200 | 1 יאר |
120 | 400 | 2 יאר |
180 | 600 | 3 יאר |
דעגריס
פאר א YH פראגראם צו פירן צו א דעגרי, מוז עס זיין כאטש איין יאר לאנג. אויב אייער עדיוקעישן טוט נישט פירן צו א דעגרי, קענט איר באקומען א סערטיפיקאט אנשטאט.
עס זענען דא צוויי דעגריס אין וואקעישענעל קאלעדזשעס:
- וואקעישענאל קאלעדזש דעגרי
- קוואליפיצירטע וואקעישענאל קאלעדזש דעגרי
אוטאריטעט פאר וואקעישענאל קאלעדזשעס
די עיקר ציל פון די שוועדישע אגענטור פאר העכערע וואקעישענעל עדיוקעישן איז צו זיין פאראנטווארטליך פאר פראבלעמען פארבינדן צו העכערע עדיוקעישן אין שוועדן און צו פארזיכערן אז די עדיוקעישן און טרענירונג פראגראמען קומען נאך די געברויך פון די ארבעטס וועלט פאר סקילס. עס איז דא א ספעציפישע געזעץ און רעגולאציע וואס רעגירט די ארבעט פון די אוטאריטעט און די עדיוקעישן פראוויידערס. די אוטאריטעט פאסט אויף און האנדלט אלע טענות איבער עדיוקעישן און טרענירונג פראגראם וואס פאלן אונטער אונזער אפטיילונג פון פאראנטווארטליכקייט. מיר גייען אויך איבער די קוואליטעט פון טרענירונג, פראדוצירן סטאטיסטיקס און באאבאכטן די רעזולטאטן פון טרענירונג.
ליינט מער איבער די שוועדישע אגענטור פאר העכערע עדיוקעישן
אפליקאציע און אדמישאן
דא קענט איר ליינען מער איבער בארעכטיגונג געזעצן, אדמישען פארלאנגען און וויאזוי זיך צו איינגעבן.
צו אריינקומען אין א וואקעישענעל קאלעדזש, מוזט איר ערשט נאכקומען די עיקר בארעכטיגונג פארלאנגען. דאס מיינט אז איר מוזט האבן העכערע סעקאנדערי סקול ארויסגאנג סערטיפיקאט אדער עפעס גלייך.
פילע קורסעס פארלאנגען אויך אזוי-גערופענע ספעציעלע פריערדיגע באדינגונגען. דאס מיינט געווענדליך אז איר מוזט האבן דורכגעגאנגען געוויסע ספעציפישע קורסעס פון העכערע סעקאנדערי סקול אדער מוזט איר האבן אביסל ארבעטס ערפארונג.
סקולס האנדלען אדמישאנס
עס זענען דא פילע אנדערע טרענירונג פראוויידערס (סקולס) אין די וואקעישענעל קאלעדזש סעקטאר און זיי מענדשזען די אדמישאן צו זייער קורסעס אליין. פארבינדט זיך אלעמאל צו די סקול דירעקט אויב איר האט א פראגע איבער די אפליקאציע און די פארלאנגען פאר אדמישאן צו די קורס אין וואס איר זענט אינטערעסירט.
אפליקאציע דעדליינס זענען אנדערש פון פראגראם צו פראגראם.
וואס זאל אייער אפליקאציע ענטהאלטן?
פונקטליך וואס אייער אפליקאציע זאל ענטהאלטן איז אנדערש צווישן סקולס און פראגראמען, אבער דא זענען עטליכע ביישפילן:
- קלאסן
- פערזענליכע בריוו
- ארבעט אפשאצונגען
- ארבעט ביישפילן
איר קענט באקומען פונקטליכע אינפארמאציע איבער וואס איז גילטיג פון די טרענירונג פראוויידער.
עיקר אדמישאן קוואליפיקאציעס
פאר אלע קורסעס מוזט איר האבן אן העכערע סעקאנדערי סקול דיפלאם אדער עפעס גלייך. די געזעצן זענען ברייט און אפליקאנטן מיט פארשידענע צו אפשטאמען און ערפארונג קענען נאכקומען די פארלאנגען.
איר זענט בארעכטיגט פאר אדמישאן צו א קורס אויב איר קומט נאך איין פון די פאלגענדע באדינגונגען:
- האט א היי סקול דיפלאם פון העכערע סעקאנדערי שולע אדער מיוניסיפאלע ערוואקסענע עדיוקעישן.
- האט א שוועדישע אדער אויסלענדישע עדיוקעישן וואס קומט נאך די פארלאנגען אין פאראגראף 1.
- וואוינט אין דענמארק, פינלאנד, אייסלאנד אדער נארוועגן און זענט בארעכטיגט פאר די פאסיגע עדיוקעישן דארט.
- זיין פעאיג פון זיין ערפאלגרייך ביי די עדיוקעישן צוליב שוועדישע אדער אויסלענדישע עדיוקעישן, פראקטישע ערפארונג אדער אנדערע אומשטענדן.
פונקט 4 איז איבער די מעגליכקייט פון קוואליפיצירן דורך אופנים אנדערש ווי סעקאנדערי סקול קלאסן. יעדער ברענגט סקילס און פעאיגקייטן מיט זיך. אביסל ווערן ערייכט דורך פארמאלע עדיקעישן, אזויווי סעקאנדערי אדער העכערע עדיוקעישן, בשעת אנדערע קען האבן געקומען פון ארבעט, פארבינדענע אקטיוויטעטן אדער פרייע צייט קורסן. דאס ווערט אנגערופן אמת'ע לעבן פעאיגקייט.
די סקול וואו איר ווילט שטודירן זאל זיין פעאיג צו אפשאצן אמת'ע לעבן סקילס. צום ביישפיל, די סקול קען דורכפירן פארשידענע פארהערן צו זען אויב אייער וויסנשאפט איז פאסיג צו די העכערע סעקאנדערי קורסן. די אפשאצונג קען אנעמען פארשידענען פארעמען. איין געוויסע מעטאד ווערט גערופן וואלידעישן.
ספעציפישע פריערדיגע באדינגונגען
פילע קורסעס פארלאנגען ספעציפישע פריערדיגע וויסנשאפט. די זענען אנדערש פון פראגראם צו פראגראם. צום ביישפיל, איר קענט דארפן א פעסס אין איינס אדער מערערע ספעציפישע סעקאנדערי סקול קורסן. אפאר קורסעס פארלאנגען ארבעטס ערפארונג אין א ספעציפישע פראפעסיאנאלע פעלד צו קוואליפיצירן. אין צוגאב צו וויסנשאפט פארלאנגען, קען אויך זיין אנדערע פארלאנגען ווי האבן דרייווערס לייסענס.
פארבינדט זיך מיט די סקול צו אויסגעפונען וואס זענען די פארלאנגען פאר די קורס אין וועלכע איר זענט אינטערעסירט.
מעגליכקייט פון פרי-וואקעישענאל טרענירונג
אויב איר קומט נישט נאך די ספעציפישע פריערדיגע באדינגונגען פאר א קורס, קענט איר מעגליך נעמען א פרי-טרענירונג קורס וואס שטעלט צו די פארלאנגטע פריערדיגע באדינגונגען. פאר די קורסעס וואו דאס איז די פאל, וועט איר עס טרעפן אונטער די קעפל "ספעציפישע פריערדיגע באדינגונגען" אויף די בלאט וואו די קורס איז פרעזענטירט.
אויסנאם פון בארעכטיגונג פארלאנגען
פאר די וואס קומען נישט נאך די פארמאלע פארלאנגען פאר עיקר קוואליפיקאציעס און ספעציפישע פריערדיגע וויסנשאפט, איז נאכאלץ דא א מעגליכקייט פון ווערן אנגענומען. דאס איז ווייל די סקול קען מאכן אן אויסנאם אויב עס נעמט אין באטראכט אז אן אפליקאנט וועט קענען ענדיגן די קורס און ארבעטן אין די פראפעסיע פאר וועלכע די קורס איז געצילט. פארבינדט זיך מיט די סקול דירעקט צו אויסגעפונען אויב די מעגליכקייט עקזיסטירט פאר די קורס אין וועלכע איר זענט אינטערעסירט.
וויסנשאפט פון שוועדיש
אויב איר האט א מוטער שפראך אנדערש ווי שוועדיש, דעניש, פאראיס, אייסלענדיש אדער נארוועגן, מוזט איר האבן די נויטיגע וויסנשאפט צו קענען ענדיגן די קורס. עס איז די סקול וואס באשליסט און פארהערט אויב איר האט די פארלאנגטע וויסנשאפט.
די לעבאר מארקעט קען פארלאנגען פון אייך צו האבן ספעציפישע פראפעסיאנאלע שפראך סקילס. כדי צו ערייכן אזעלכע שפראך סקילס, קען עס זיין מעגליך פאר אייך אלס א סטודענט צו באקומען אנווייזונג אין שוועדיש מיט א וואקעישענעל געוויכט (SMY).
אויסוועלן און אדמישאן
אויב עס איז דא מער קוואליפיצירטע אפליקאנטן ווי פלעצער אויף א קורס, וועלט מען אויס. די פראצעדור איז אנדערש פון איין פראגראם צו די אנדערע.
די גרונט פאר אויסוואל קען זיין איין אדער מער פון די פאלגנדע:
- קלאסן
- ספעציעלע פארהערן (געשריבענע פארהער אדער אינטערוויו)
- פריערדיגע עדיוקעישן
- פראפעסיאנעלע ערפארונג
אויב איר האט פראגעס איבער די אויסוועלן פראצעדור און וויאזוי צו צוגרייטן, קענט איר זיך פארבינדן מיט די סקול וואס ארגעניזירט די קורס.
שטודירונג גרענטס און שכר לימוד קאסטן
אלע וואקעישענעל קאלעדזש קורסן זענען בארעכטיגט פאר סטודענט גרענטס פון CSN און כמעט אלע זענען פריי פון אפצאל.
מערסטנס YH פראגראמען זענען פריי פון אפצאל, אבער עס זענען דא אפאר וואס רעכענען א סטודענט אפצאל. אויף אלע קורסן דארפט איר צאלן פאר ליטעראטור און אנדערע לערנונג מאטריאל אליין, אזויווי אויף א יוניווערסיטעט קורס. באקוקט אלעמאל אלע קאסטן פאר איר שרייבט זיך איין אין א קורס.
אלע קורסעס זענען בארעכטיגט פאר סטודענט גרענטס פון די צענטראלע סטודענט פינאנץ באורד (CSN). דאס איז אויך שייך צו די LIA פעריאדן (לערנען ביים ארבעט) וועלכע זענען פארברענגט אין אן ארבעטספלאץ.
צו זיין בארעכטיגט צו שוועדישע סטודענט הילף אלס אן אויסלענדישע בירגער, מוזט איר נאכקומען געוויסע באדינגונגען. די באדינגונגען זענען אנדערש געוואנדן פון וועלכע לאנד איר זענט א בירגער.
ליינט מער איבער סטודענט גרענטס אויץ די CSN וועבסייט
שוועדיש מיט א וואקעישענעל געוויכט
די לעבאר מארקעט קען פארלאנגען פון אייך צו האבן ספעציפישע פראפעסיאנאלע שפראך סקילס. כדי צו עררייכן אזעלכע שפראך סקילס, קען עס זיין מעגליך פאר אייך אלס א סטודענט צו באקומען אנווייזונג אין שוועדיש מיט א וואקעישענעל געוויכט (SMY).
די ציל פון לערנען שוועדיש מיט א וואקעישענעל געוויכט איז אייך צו צושטעלן מיט די שפראך סקילס פארלאנגט פאר די פראפעסיע פאר וואס איר שטודירט. דאס קען אייך מאכן גרינגער צו טרעפן ארבעט נאך אייער טרענירונג.
וויאזוי עס צו טון
פארבינדט זיך מיט די סקול און זאגט זיי איבער אייער געברויך פאר שוועדיש פאר וואקעישענעל צוועקן. עס איז די עדיוקעישן פראוויידער (די סקול) וואס באשליסט אויב די באדינגונגען פאר דאס לערנען ווערן נאכגעקומען. SMY קען ווערן אויסגעפירט דורך די סקול אליין אדער דורך ראטגעבער אויפגענומען דורך די סקול פאר די לערנען.
ווען די סקול ווייסט אז עס איז דא א געברויך און זעט אז עס איז מעגליך צו אפערן SMY, גיבן זיי זיך איין פאר פאנדינג פון די שוועדישע אגענטור פאר העכערע וואקעישענעל עדיוקעישן.
אמת'ע לעבן סקילס - באשטעטיגט אייער ערפארונג
אויב איר מאנגלט די נויטיגע קוואליפיקאציעס אדער סערטיפיקאטן, איז וואלידעישן איין וועג צו קוואליפיצירן פאר א קורס. וואלידעישן קען אויך זיין א וועג צו באקומען קרעדיט פאר טיילן פון א קורס.
וויסנשאפט און סקילס קענען ווערן ערייכט ביידע דורך פארמאלע עדיוקעישאן (אזויווי סעקאנדערי אדער העכערע עדיוקעישן) און פון ארבעט, פארבינדענע אקטיוויטעטן אדער נישט-פארמאלע עדיוקעישן (אזויווי א קורס אין אייער פרייע צייט). די סך הכל פון פאקטישע סקילס וואס איר האט ווערן גערופן אמת'ע לעבן סקילס און וואלידעישן איז א וועג פון ארויסברענגען אייער אמת'ע לעבן סקילס. וואלידעישן מיינט אז אייער סקילס און פעיגקייטן זענען אידענטיפיצירט און אפגעשאצט דורך אינטערוויוס און פארהערן אויף א סטראַקטשערד וועג.
ווערט בארעכטיגט אפילו איר האט נישט א דיפלאם
- אויב איר האט נישט א דיפלאם אדער סערטיפיקאט, איז וואלידעישן א וועג פון ווייזן אז איר האט די נויטיגע פריערדיגע וויסנשאפט עררייכט ערגעץ אנדערש, און סייווי בארעכטיגט פאר א קורס. טרעפט אייער קורס דא אויף yrkeshogskolan.se און פארבינדט זיך מיט די קורס פראוויידער צו באשטעטיגן אייער ערפארונג.
- דארפט איר העכערע סעקאנדערי עדיוקעישן פאר איר קענט ווייטער גיין מיט א וואקעישענעל קאלעדזש קורס? פארבינדט זיך מיט אייער מיוניסיפאליטי אין די ערשטע ביישפיל פאר מער אינפארמאציע.
קרעדיט פאר טיילן פון א קורס.
אפילו אויב איר האט פארמאלע קוואליפיקאציעס פון א פריערדיגע קורס, קענט איר באשטעטיגן אייער אמת'ע לעבן סקילס און אזוי פארקורצן די צייט וואס איר גיבט אויס אין א וואקעישענעל קאלעדזש קורס צו וועלכע איר זענט געווארן אנגענומען.
מער אינפארמאציע און וועגן פאראויס
האלט אין קאפ אז עטליכע אנדערע אגענטורן ארבעטן מיט וואלידעישן. געפינט מער אינפארמאציע פון זיי:
שוועדישע נאציאנאלע אגענטור פאר עדיוקעישן: Swedish National Agency for Education - Skolverket
פאבליק עפלוימענט סערוויס: Swedish Public Employment Service - Arbetsförmedlingen
קוקט: The Swedish Council for Higher Education - Universitets- och högskolerådet